Gevolt
Album • 2011
This track is instrumental.
לאָמיר אַלע אין אײנעם, אין אײנעם עם ישׂראל געזונט זאָל זײַן עם ישׂראל געזונט זאָל זײַן לאָמיר אַלע אין אײנעם לאָמיר אַלע אין אײנעם טרינקען אַ ביסעלע װײַן לאָמיר אַלע אין אײנעם לאָמיר אַלע אין אײנעם טרינקען אַ גלעזעלע װײַן
Submitted by Cyberwaste — Nov 16, 2025
אַז דער רבי אלימלך איז געוואָרן זײער פֿרײלעך איז געוואָרן זײער פֿרײלעך אלימלך האָט ער אויסגעטאָן די תּפֿילין און האָט אָנגעטאָן די ברילן און געשיקט נאָך די פֿידלער די צווײ און אַז די פֿידלדיקע פֿידלער האָבן פֿידלדיק געפֿידלט האָבן פֿידלדיק געפֿידלט האָבן זײ און אַז דער רבי אלימלך איז געוואָרן נאָך מער פֿרײלעך איז געוואָרן נאָך מער פֿרײלעך אלימלך האָט ער אָפּגעמאַכט הבֿדלה מיטן שמשׂ ר' נפֿתּלי און געשיקט נאָך די פּײַקלער די צווײ און אַז די פּײַקלדיקע פּײַקלער האָבן פּײַקלדיק געפּײַקלט האָבן פּײַקלדיק געפּײַקלט האָבן זײ און אַז דער רבי אלימלך איז געוואָרן שיקער פֿרײלעך איז געוואָרן שיקער פֿרײלעך אלימלך האָט ער אָפּגעדאַוונט נאילה מיט אַ האַרציקדיקער תפילה און געשיקט נאָך די צימבלער די צווײ און אַז די צימבלדיקע צימבלער האָבן צימבלדיק געצימבלט האָבן צימבלדיק געצימבלט האָבן זײ. און אַז די פֿידלדיקע פּײַקלער האָבן פּײַקלדיק געצימבלט האָבן צימבלדיק געפֿידלט האָבן זײ
Submitted by NecroLord — Nov 16, 2025
שאַ שטיל, מאַך ניט קיין גערידער דער רבי גייט שוין טאַנצן ווידער שאַ שטיל, מאַך ניט קיין געוואַלד דער רבי גייט שוין טאַנצן באַלד און אַז דער רבי טאַנצט טאַנצן דאָך די ווענט לאָמיר אַלע פּליאַסקען מיט די הענט און אַז דער רבי טאַנצט טאַנצט דאָך מיט דער טיש לאָמיר אַלע טופּען מיט די פֿיס שאַ שטיל, מאַך ניט קיין גערידער דער רבי גייט שוין זינגען ווידער שאַ שטיל, מאַך ניט קיין געוואַלד געוואַלד דער רבי גייט שוין זינגען באַלד און אַז דער רבי זינגט דעם הייליקן ניגון בלײַבט דער שׂטן אַ טויטער ליגן
Submitted by Pestilence — Nov 16, 2025
שטייט אַ בחור און ער טראַכט טראַכט און טראַכט אַ גאַנצע נאַכט וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען טום באַלא, טום באַלאַ, טום באַלאַלײַקע טום באַלאַ, טום באַלאַ, טום באַלאַלײַקע טום באַלאַלײַקע ,שפּיל באַלאַלײַקע טום באַלאַלײַקע ,פֿרײלעך זאָל זײַן מיידל, מיידל, איך וויל בײַ דיר פֿרעגן וואָס קען וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן וואָס קען ברענען און ניט אויפֿהערן וואָס קען בענקען, וויינען אָן טרערן נאַרישער בחור, וואָס דאַרפֿסט דו פֿרעגן אַ שטיין קען וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן אַ ליב קען ברענען און ניט אויפֿהערן אַ האַרץ קען בענקען, וויינען אָן טרערן
Submitted by Pestilence — Nov 16, 2025
שפּיל זשע מיר אַ לידעלע אין ייִדיש דערוועקן זאָל עס פֿרייד און ניט קיין חידוש אַז אַלע, גרויס און קליין, זאָלן קענען דאָס פֿאַרשטיין פֿון מויל צו מויל דאָס לידעלע זאָל גיין שפּיל, שפּיל, קלעזמערל, שפּיל ווייסט דאָך, וואָס איך מיין און וואָס איך וויל שפּיל, שפּיל, שפּיל אַ ניגונדל פֿאַר מיר מיט האַרץ און מיט געפֿיל אַ לידעלע אָן זיפֿצן און אָן טרערן שפּיל אַזוי, אַז אַלע זאָלן הערן אַז אַלע זאָלן זען: איך לעב און זינגען קען שענער נאָך און בעסער ווי געווען לאָמיר זינגען ס´לידעלע צוזאַמען ווי גוטע פֿרײַנד, ווי קינדער פֿון איין מאַמען מײַן איינציקער פֿאַרלאַנג: ס´זאָל קלינגען פֿרײַ און פֿראַנק אין אַלעמענס געזאַנג - אויך מײַן געזאַנג
Submitted by Immortal — Nov 16, 2025
ניט זוך מיך, וווּ די מירטן גרינען געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ וווּ לעבנס וועלקן בײַ מאַשינען דאָרטן איז מײַן רוע-פּלאַץ ניט זוך מיך, וווּ די פֿייגל זינגען געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ אַ שקלאַף בין איך, וווּ קייטן קלינגען דאָרטן איז מײַן רוע-פּלאַץ ניט זוך מיך, וווּ פֿאָנטאַנען שפּריצן געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ וווּ טרערן רינען, ציינער קריצן דאָרטן איז מײַן רוע-פּלאַץ און ליבסטו מיך מיט וואַרער ליבע טאָ קום צו מיר, מײַן גוטער שאַץ און הײַטער אויף מײַן האַרץ די טריבע און מאַך מיר זיס מײַן רוע-פּלאַץ
Submitted by BloodShrine — Nov 16, 2025
זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט — מיר זײַנען דאָ פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט עס וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט און דער נעכטן װעט פֿאַרשװינדן מיטן פֿײַנט נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ ס'איז ניט קײן לידל פֿון אַ פֿױגל אױף דער פֿרײַ דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט
Submitted by Pestilence — Nov 16, 2025
אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה און די מעשׂה איז גאָר ניט פֿריילעך די מעשׂה הייבט זיך אָנעט מיט אַ ייִדישן מלך ליולינקע, מײַן פֿייגעלע ליולינקע, מײַן קינד כ'האָב אָנגעוואָרן אַזאַ ליבע וויי איז מיר און ווינד אַ מאָל איז געווען אַ מלך דער מלך האָט געהאַט אַ מלכּה די מלכּה האָט געהאַט אַ ווײַנגאָרטן אין ווײַנגאָרטן איז געווען אַ ביימעלע דאָס ביימעלע האָט געהאַט אַ צווײַגעלע אויפֿן צווײַגעלע איז געווען אַ נעסטעלע אין נעסטעלע האָט געלעבט אַ פֿייגעלע דאָס פֿייגעלע האָט געהאַט אַ פֿליגעלע דער מלך איז אָפּגעשטאָרבן די מלכּה איז געוואָרן פֿאַרדאָרבן דאָס צווײַגעלע איז אָפּגעבראָכן דאָס פֿייגעלע פֿון נעסט אַנטפֿלויגן
Submitted by NecroGod — Nov 16, 2025
שיין ווי די לבֿנה ליכטיק ווי די שטערן פֿון הימל אַ מתּנה ביסטו מיר צוגעשיקט מײַן גליק האָב איך געוווּנען ווען איך האָב דיך געפֿונען שיין ווי טויזנט זונען האָסט מײַן האַרץ באַגליקט דײַנע ציינדעלעך ווײַס ווי פּערעלעך מיט דײַנע שיינע אויגן דײַנע הענטעלעך דײַנע הערערלך האָסט מיך צוגעצויגן
Submitted by MetalElf — Nov 16, 2025
כ´וויל דיר זאָגן, דיר גלײַך צו הערן אַז דו זאָלסט מיר ליבע דערקלערן ווען דו רעדסט מיט די אויגן וואָלט איך מיט דיר געפֿלויגן וווּ דו ווילסט ס´אַרט מיך ניט אָן ווען דו האָסט אַ ביסעלע שׂכל און ווען דו ווײַזט דײַן קינדערשן שמייכל ווען דו ביסט ווילד ווי אינדיאַנער ביסט אפֿילו אַ גאַליציאַנער זאָג איך: דאָס אַרט מיך ניט בײַ מיר ביסטו שיין בײַ מיר האָסטו חן בײַ מיר ביסטו איינע אויף דער וועלט בײַ מיר ביסטו גוט בײַ מיר האָסטו איט בײַ מיר ביסטו טײַערער פֿון געלט פֿיל שיינע מיידעלעך האָבן שוין געוואָלט נעמען מיר און פֿון זיי אַלע אויסגעקליבן האָב איך נאָר דיך
Submitted by Sexy Gargoyle — Nov 16, 2025
לאָמיר זינגען קינדערלעך אַ זעמערל צוזאַמען אַ ניגונדל, אַ פֿרײלעכן מיט װערטערלעך װאָס גראַמען די מאַמע קאָכט אַ לאָקשן זופּ מיט קאַשע און מיט קנײדלעך קום דער יום־טובֿ פּורים װעלן מיר שפּילן זיך אין דרײדלעך טשיריבים טשיריבאָם אַ מאָל איז אונדזער רביניו געגאַנגען אונטערװעגן מיט אַ מאָל הײבט אָן צו פּליוכען אָנגיסן אַ רעגן שרײַט דער רבי צו דער כמאַרע הער אױף גיסן װאַסער זײַנען אַלע חסידים טרוּקן אַרױס, נאָר דער רבי איז אַרױס אַ נאַסער מען זאָגט אַז אין דעם שטעטל כעלעם לעבן נאָר נאַראָנעם אויב מיר זענען די קלוגע האָבן מיר אַ שיינעם פּנים די כעלמער לאַכן טאָג און נאַכט אויף צו להכעיס די גזלנים נו זאָג זשע, װער איז נאַרישע און װער זענען די חכמים
Submitted by NecroGod — Nov 16, 2025
אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל און אין שטוב איז הייס און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אַלעפֿבייס לערנט, קינדער, האָט ניט מורא יעדער אָנהייב איז שווער גליקלעך איז דער, וואָס האָט געלערנט תּורה צי דאַרף דער מענטש נאָך מער
Submitted by Cyberwaste — Nov 16, 2025
← Go back to Gevolt